יאפאן האט איינגעלאדענט פארשטייער פון מדינת ישראל און די פאלעסטינער אויטאריטעט, אינאיינעם מיט פארשטייער פון אמעריקע און יאפאן. דאס איז א פרואוו פון יאפאן צו געבן א וועג פאר די פאלעסטינער צו אנהאלטן די שלום געשפרעכן טראץ א צוזאג וואס זיי האבן געמאכט נישט צו געטרויען אמעריקע אלס פארמיטלער אין די פארהאנדלונגען. לויט באריכטן אין די מדינת ישראל פרעסע האט פרעמיער מיניסטער נתניהו איינגעשטימט צו אנטייל נעמען אויב אמעריקע וועט האבן א ראלע ביים פארהאנדלונגס טיש, יאפאן האט אין די לעצטע צען יאר דראמאטיש געהעכערט אירע אינוועסטירונגען אין מדינת ישראל און איז אויך פון די גרעסטע ביישטייערער אין הילף פאר די פאלעסטינער אויטאריטעט, און זי טוט שטופן פאראויס וואס זי באצייכנט אלס א שלום באזירט אויף עקאנאמשיע אינטערעסן פון אלע זייטן אינעם קאנפליקט.

בילד: יאפאן לאדענט איין פאלעסטינער און מדינת ישראל פאר פיר שפיציגער שלום-סאמיט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל