די סירישע רעגירונג האט געגעבן א ספעציעלע ערלויבעניש פאר ארום 30 קריטיש קראנקע פון באלאגערטע געגענטער אין דמשק וואס זענען אונטער רעבעלן קאנטראל און די רעגירונג לייגט ארויף א פולע בלאקאדע וואס ערלויבט נישט די בירגער צו באקומען וויכטיגע מעדיצינישע הילף. דאס קומט נאכדעם וואס א באריעט פון די פעלקער פאראיין האט געזאגט אז איבער 12 זענען שוין אומגעקומען דארט צוליב א מאנגל אין מעדיצינישע הילף. די טערקישע רעגירונג האט געזאגט אז זיי ארבייטן אינאיינעם מיט רוסלאנד צו ארגאניזירן די באפרייאונג פון נאך 170 קראנקע וועלכע דארפן אויך צוקומען צו באלדיגע מעדיצינישע הילף.

בילד: סיריע ערלויבט פאר קריטישע קראנקע צו פארלאזן באלאגערטע געגענט אין דמשק

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל