וואשינגטאן – די אמעריקאנער נעווי האט געטראפן א היסטארישן אוצר פון פענער, וואס זי האט פארכאפט פון שיפן פון אנדערע לענדער אין לויף פון פארשידענע קאמפן און מלחמות. די אויפדעקונג איז געמאלדן געווארן דורכ'ן "נעווי אקאדעמיע" מוזעאום אין מערילאנד, וואו עס געפינען זיך פילע היסטארישע חפצים און ארטיקלען פון דער אמעריקאנער נעווי. מער ווי הונדערט יאר איז געליגן א שאכטל מיט די פענער אין א ווינקל אינעם קעלער פונעם מוזעאום, אן דעם וואס איינער זאל אפילו זיך קימערן צו זען וואס דארטן ליגט. יעצט האט מען עס געעפנט, און געטראפן די גרויסע זאמלונג פון פענער, אריינגערעכנט א בריטישע פאן, וואס אמעריקאנער נעווי זעלנער האבן פארכאפט אין יאר 1812, ביי דער דעמאלטדיגער מלחמה צווישן אמעריקע און ענגלאנד.

בילד: נעיווי טרעפט היסטארישע פענער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל