ניו יארק סיטי – אמווייניגסטנס 11 זענען אומגעקומען אין א מאסיווען פייער, וועלכע האט דורכגעריסן א בראנקס אפארטמענט געביידע נעכטן נאכט. דאס פייער אויפ'ן אדרעס 2363 פראספעקט עוועניו אין דער בעלמאנט געגנט אין בראנקס, האט אויסגעבראכן ארום זיבן אזייגער ביינאכט, און עס האט זיך שנעל פארשפרייט צו די ארומיגע אפארטמענטס, און פארוואנדלט געווארן אין א פיר-אלארם פייער, נעמענדיג די כוחות פון 170 פייערלעשער עס צו באקעמפן.

ווי עדות דערציילן, האבן זיי געזען עלטערן אריינלויפן אין דער ברענענדיגער געביידע, וואס ברענגט זארג אז צווישן די 11 פאטאליטעטן זענען אויך געווען קליינע קינדער. אויסער די 11 פאטאליטעטן, האבן פייער באאמטע געזאגט, זענען געווען פופצן פארוואונדעטע, און מעיאר דעבלאזיא איז אראפגעקומען צו דער סצענע.

בילד: 11 אומגעקומען אין בראנקס פייער




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל