מאסקווע – א מאסיווער אויפרייס האט דורכגעריסן אין א סופערמארקעט אין דער רוסישער שטאט סט. פיטערסבורג, און פארוואונדעט צען מענטשן. דער אויפרייס האט פאסירט פון א היימיש-צוזאמגעשטעלטער באמבע, אנגעפילט מיט שטיקער שראפנעל און אייזן, לויט ווי די פאליציי האבן דערציילט, און זיי האבן געעפנט אן אויספארשונג צו דערגיין די מאטיוון פון די וועלכע האבן אונטערגעשטעלט די באמבע. עס איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז עס איז געווען אן איסלאמישע טעראר אטאקע, וויבאלד די שטאט סט. פיטערסבורג ווערט אפט געצילט דורך איסלאמיסטן און אויך איז יעצט דער פארנומענער שאפינג–סעזאן ווען אייסיס פראפאגאנדירט דורכצופירן אטאקעס אין פארנומענע געשעפטן. די רוסישע פאליציי שליסט נישט אויס די מעגליכקייט אז ס'איז געווען טעראר.

בילד: מעגליכער טעראר אויפרייס אין רוסלאנד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל