בעירוט – געשפרעכן קומען פאר צווישן סירישע רעבעלן און די סירישע רעגירונג, אז מען זאל זיי לאזן פרידליך עוואקואירן פון א זאנע וואו זיי זענען פארכאפט גאר נאענט צו דער גרעניץ וואס טיילט אפ סיריע פון לבנון און מדינת ישראל. די סירישע ארמיי, מיט דער הילף פון רוסישע באמבארדירונגען און איראנער-טרענירטע קעמפער, האט באוויזן ארויסצורוקן די רעבעלן פון באוואוינטע שטעט, און זיי גערוקט אלס נענטער און נענטער צו דער גרעניץ, און יעצט האבן די רעבעלן נישט וואו צו גיין. זיי זאגן אז זיי זענען גרייט אראפצולייגן זייערע וואפנס און אויפהערן צייטווייליג קעמפן, אויב די סירישע רעגירונג וועט זיי לאזן פרידליך עוואקואירן דעם ראיאן און זיי לאזן אנטלויפן צו אן אנדערע שטאט טיפער אין סיריע, וואו די רעבעלן האבן נאך אלץ קאנטראל. די רעגירונג באטראכט דעם פלאן.

בילד: עוואקואציע פלאן פאר סירישע רעבעלן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל