א נארוואס דערשינענע באריכט זאגט אז אויב דער שטייער-פלאן וואס איז פארגעשלאגן געווארן דורך די רעפובליקאנער אין וואשינגטאן וועט באשטעטיגט ווערן, וועלן די פרייזן פון ריעל עסטעיט אין מאנהעטן אראפגעקלאפט ווערן מיט אזויפיל ווי 9.5 פראצענט.

דער שטייער-פלאן אנטהאלט צווישן אנדערן רעדוקציעס אין שטייער-בענעפיטן וואס מענטשן וואס צאלן מארטגעדזשעס באקומען. דאס וועט גורם זיין אז פאטענציעלע קונים וועלן טראכטן צוויי מאל פאר'ן קויפן א הויז אדער דירה אין דער שטאט.

אנאליסטן טענה'ן נאך מער, אז די השפעה פונעם דעם פארגעשלאגענעם פלאן פילן זיך שוין, און דער ריעל-עסטעיט מארקעט האט אין די לעצטע חדשים נאכגעלאזט פון זיין שוואונג, וואס די באאבאכטערס שרייבן צו צו דער זארג אז דער שטייער-פלאן וועט באשטעטיגט ווערן.

דער זעלבער באריכט זאגט אויך, אז דער פלאן, וואס וועט אפקאסטן ניו יארקער א געשאצטע 30-ביליאן דאלאר יערליך, וועט מעגליך פירן מענטשן מיט משפחות, ווי אויך ביזנעסער, צו פארלאזן מאנהעטן און זיך אריבערציען אין ביליגערע געגנטן.

פון דער אנדערער זייט, איז דער סטאק מארקעט ווי עס שיינט דווקא יא צופרידן מיט'ן שטייער-פלאן, און האט היינט געשלאגן א פרישן רעקארד.

דער 'דאו דזשאונס' האט זיך געהויבן מיט 0.8 פראצענט, און דערמיט געשלאגן דעם זיבעציגסטן רעקארד היי-יאר. דער 'עס ענד פי 500' איז ארויף מיט 0.7 פראצענט און דער 'נעסדעק' האט צובאקומען 0.9 פראצענט.

באזונדערס האבן גענאסן פון דעם שפרינג די סטאקס פון רוב גרעסערע בענק און פינאנציעלע אינסטיטוציעס.

בילד: שטייער-פלאן וועט קלאפן מאנהעטן ריעל-עסטעיט פרייזן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל