א מיטגליד פון די לעגאלע שטאב פונעם פרעזידענט האט געזאגט פאר די ״וואשינגטאן פאוסט״ אז דער פרעזידענט איז גרייט צו אטאקירן זיין געוועזענעם בוזעם פריינט און נאצינאנאלע זיכערהייט ראטגעבער מייקל פלין אויב וועט ער מיטארבייטן מיט׳ן ספעציעלער אויספארשער ראבערט מוללער און עדות זאגן איבער א אנגעבליכע פארבינדונג צווישן די טראמפ קאמפיין און רוסלאנד. פלין האט געשלאסן א ״פלי-בארגעין״ מיט׳ן אויספארשער אונטער וועלכע זיין שטראף וועט פארלייכטערט ווערן אין אויסטויש פאר פולשטענדיגע קאאפעראציע מיט׳ן אויספארשער, א זאך וואס ברענגט זארג אינעם ווייסן הויז. דער אדוואקאט זאגט אז דער פרעזידענט וועט נישט רחמנות האבן נאר פירן אן עפנטליכן קאמפ מיט פלין און אים באצייכענען אלס ליגנער וועמען מען קען נישט געטרויען. טראצדעם וואס דער פרעזידענט האט פילע מאל אים עפנטליך אויסגערימט און פארטיידיגט ביז היינט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל