טויזנטער האבן זיך באטייליגט ביי אן עצרת תפילה ביים כותל המערבי צו מתפלל זיין אויף א שפע פון רעגן, נאך דעם וואס א מאנגל אין רעגן אין ארץ ישראל אין משך פון פינף יאר נאכאנאנד האט געפירט צו אן ערנסטן וואסער-מאנגל אין לאנד.

דער עצרת איז פאררופן געווארן דורכ'ן מדינת ישראל אגריקולטור מיניסטער, אורי אריאל, פון דער נאציאנאל-רעליגיעזער 'בית היהודי' פארטיי, און געשטיצט געווארן דורך א צאל רבני'שע פערזענליכקייטן.

פריער אין וואך האט זיך א רעגן אראפגעלאזט אין ארץ ישראל, אבער ס'איז ווייט נישט גענוג צו דעקן דעם אנגעזאמלטן וואסער-דעפיציט, נאך דעם וואס דאס לאנד האט דורכאויס די לעצטע פינף יאר באקומען מיט 55 פראצענט ווייניגער רעגן ווי דעם דורכשניט.

לינקע עלעמענטן האבן קריטיקירט אורי אריאל אויף דעם וואס אלס רעגירונגס-מיניסטער רופט די מדינת ישראל צו דאווענען. דער אגריקולטור מיניסטער האט אפגעשלאגן די באשולדיגונגען, אנווייזנדיג אז דאס מתפלל זיין "קען נאר העלפן; שאטן וועט עס זיכער נישט."

אוריאל, פונעם נאציאנאל-רעליגיעזן לאגער, האט אנגעוויזן די בירגערס פון לאנד זיך צו באטייליגן ביים עצרת, און "מיטברענגען גרויסע שירעמס, ווייל אינאיינעם וועלן מיר אויפרייסן די שערי שמים."

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל