יאפאן – א געוועזענער אמעריקאנער מיליטערישער סארדזשענט, וועלכער האט דעזערטירט קיין צפון קארעא, און די ארטיגע רעגירונג האט אים געהאלטן אלס ארעסטאנט פאר נאענט צו פערציג יאר, איז געשטארבן אין עלטער פון 77 יאר אלט. די רעדע איז פון טשארלס דזשענקינס, וועלכער איז אין 965' געווען סטאנציאנירט אינאיינעם מיט זיינע קאלעגע אמעריקאנער זעלנער אין דרום קארעא, ביי דער גרעניץ-זאנע נעבן צפון קארעא. דזשענקינס האט איין נאכט באשלאסן צו דעפעקטירן און איז אריינגעלאפן צו דער צפון קארעא זייט, וואו צפון קארעא זעלנער האבן אים אויפ'ן פלאץ ארעסטירט. ווי ס'איז שפעטער אויפגעדעקט געווארן, האט דזשענקינס געציטערט אז ער גייט אומקומען בשעת זיין מיליטערישן דינסט, און ער האט געמאכט א חשבון אז אין צפון קארעא וועט ער לויפן צו די רוסישע אמבאסאדע און זוכן פאליטישע שוץ, און דערנאך וועט די אמעריקאנער רעגירונג ארבעטן אים צו באפרייען און ער וועט אהיימקומען. זיין חשבון האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א דורכפאל, און ער איז געהאלטן געווארן לאנגע יארן אונטער ארעסט, ביז'ן ענדליך באפרייט ווערן און אויסלעבן זיינע יארן אין יאפאן.

בילד: דעזערטירער קיין צפון קארעא שטארבט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל