שווייץ – יו-ען באאמטע האבן נעכטן ארויסגעשטעלט אן ערנסטע ווארענונג אין ריכטונג פון אלע וועלט'ס לענדער, ספעציפיש אייראפעאישע, אז עס איז שטארק מעגליך אז אין די קומענדיגע מאנאטן וועט מען זען אן איבערשפיל פונעם פליטים פלייץ קיין אייראפע וואס מ'האט געזען אין יאר 2015, אויב וועלן די וועלט'ס לענדער זיך נישט ארגאניזירן פונדאסניי צוצושטעלן גענוג פינאנציעלע הילף פאר די פליטים וועלכע האלטן זיך יעצט אויף אין 5 לענדער ארום סיריע. די יו-ען פליטים קאמיסיע זאגט אז איבער פינף מיליאן סירישע פליטים זענען קאנצענטרירט אין פליטים לאגערן אין טערקיי, לבנון, איראק, ירדן און עגיפטן, און די יו-ען זאגט אז דערווייל האט זי אריינבאקומען בלויז 53 פראצענט פון די 4.6 ביליאן דאלאר וואס זי מוז אויפטרייבן היי יאר, צו קענען ווייטער אנהאלטן שיקן עסנווארג און נויטיגע הומאניטארישע הילף צו די קעמפס, אז די פליטים זאלן זיך שפירן דארטן באקוועם און נישט זוכן צו אנטלויפן קיין אייראפע.
יו-ען ווארנט איבער פליטים איבערשפיל
אייראפע
אימיגראציע
איראק
טערקיי
יונייטעד נעישאנס
ירדן
לבנון
מיטל מזרח
סיריע
עגיפטן
פון דער יוד
פליטים
הוסף רשומת תגובה