מיטל מזרח – אויל פרייזן איבער דער וועלט זענען נעכטן שטארק געשטיגן, נאכדעם וואס א מאסיווער אויפרייס האט פאסירט ביי א הויפט אויל ליפערונג טערמינאל אין ליביע. דער אויפרייס האט פאסירט ביים וואהא אויל טערמינאל אין ליביע, וואס האט טיילווייז פאראליזירט די אויל ליפערונגען פון ליביע צו אנדערע לענדער, און אלעס אינאיינעם איז דערווארט אז אין די קומענדיגע טעג, מעגליך וואכן און מאנאטן, וועלן ארויסקומען פון ליביע מיט 70 טויזנט פעסלעך אויל ווייניגער פער טאג. די נייעס האט געברענגט אז די פרייזן פון אויל אויפ'ן מארקעט איז געשטיגן גאר נאענט צו זעכציג דאלאר פער פעסל, וואס איז די העכסטע פון די לעצטע 3 יאר.

בילד: ליביער אויפרייס אפעקטירט אויל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל