וואשינגטאן – אמעריקע'ס יו-ען אמבאסאדארשע ניקי העילי האט זונטאג נאכט געמאלדן, אז די אמעריקאנער רעגירונג וועט שניידן 285 מיליאן דאלאר פון איר יערליכער שטיצע פאר דער יו-ען, וואס איז א דירעקטער רעזולטאט פון די באנייעטע אנגעצויגנקייט צווישן די טראמפ אדמיניסטראציע און די יו-ען.

אין איר סטעיטמענט, האט אמבאסאדארשע העילי געזאגט, אז "די אומאפעקטיווקייט און איבערשפענדערייען פון דער יו-ען זענען ברייט באקאנט. מיר וועלן מער נישט לאזן אז די וועלט זאל גלייכגילטיג און מיט גרינגשעצונג נעמען די וואוילטעטיגקייט פון די אמעריקאנער בירגער".

די מעלדונג איבער'ן יו-ען בודזשעט שניט קומט געציילטע טעג נאכדעם וואס די יו-ען האט באשטעטיגט א רעזאלוציע צו איגנארירן דאס וואס פרעזידענט טראמפ האט אנערקענט ירושלים אלס די הויפטשטאט פון מדינת ישראל, וואס טראמפ האט דאן געגעבן די סטראשע, אז די לענדער וואס שטיצן די יו-ען רעזאלוציע וועלן ליידן קאנסעקווענצן.

רוסלאנד גרייט צו פירן אמעריקע-צפון קארעא געשפרעכן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל