פארטוגאל – אן אינטערעסאנטע דראמא שפילט זיך אפ אין פארטוגאל, וואו די פאליציי האט געעפנט א זוכעניש נאך א פאליטישאן, וועלכער איז פארשוואונדן שוין כמעט א חודש, און בשעת ער איז פארשוואונדן געווארן, האט ער מיטגעכאפט מיט זיך א גרויסע סומע געלט, וואס האט אריגינעל געדארפט גיין פאר א אידישן צוועק. ווי די רעגירונג אויטאריטעטן דערציילט, איז מארקא באפּטיסא (Marco Baptista) אנטרינען געווארן געציילטע טעג נאכ'ן מיסטעריעז ארויסכאפן פון א רעגירונג באנק קאנטע 130 טויזנט דאלאר, געלט וואס איז געווען אוועקגעלייגט פאר א רעגירונג פראיעקט אויפצורעכטן אידישע היסטארישע ערטער איבער'ן לאנד. ווי זיין פאמיליע זאגט, האבן זיי נישט קיין אנונג וואו ער געפינט זיך, און זיי זענען וויליג צוריקצוצאלן די געלטער פאר דער רעגירונג.

בילד: מארקא באפּטיסא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל