סיריע – אנטי-אסאד רעבעלן האבן נעכטן פארלאזט דעם גולן ראיאן, אלס טייל פון א דיעל מיט דעם אסאד רעזשים, אז זיי וועלן אויפגעבן קאנטראל אויפ'ן ראיאן, אין אויסטויש אז מ'וועט זיי לאזן רואיג אוועקפארן. די עוואקואציע פון די רעבעלן פונעם בעיט דזשין געגנט באדייט אז די רעבעלן האבן מער נישט קיין שום קאנטראל אויף טעריטאריע נאענט צום מדינת ישראל גולן ראיאן. מיר האבן באריכטעט פרייטאג איבער די געשפרעכן פון אזא פרידליכע עוואקואציע, און יעצט, אז דאס האט פאסירט, האט מען געהערט ווי דער אסאד רעזשים האט געפייערט זיג, זאגנדיג אז אצינד זענען זיי שוין צוריק אין קאנטראל פונעם גאנצן סירישן גולן ראיאן.

בילד: אסאד קאנטראלירט גולן טעריטאריע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל