ניו יארק – נעכטן איז באריכטעט געווארן, אז דער ליבעראלער ווערמאנט סענאטאר בערני סענדערס, וועט זיין דער וואס וועט אפיציעל אנפירן מיט דער איינשווערונג פראצעדור, ווען ביל דעבלאזיא וועט אין די קומענדיגע וואכן ווערן איינגעשוואוירן צו א צווייטן טערמין אלס מעיאר אין ניו יארק סיטי, נאכ'ן גרינג געווינען ווידערוויילונג היי יאר. אין יאר 14', ווען דעבלאזיא האט אנגעהויבן זיין ערשטן טערמין, איז ער איינגעשוואוירן געווארן דורכ'ן געוועזענעם דעמאקראטישן פרעזידענט ביל קלינטאן, און אצינד ווערט ער איינגעשוואוירן דורך סענאטאר סענדערס, וועלכער איז דער סאמע העכסטער פירער אינערהאלב דער ליבעראלער פאליטישער באוועגונג אין אמעריקע, צו וועלכע דעבלאזיא באלאנגט.

בילד: סענדערס וועט איינשווערן ביל דעבלאזיא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל