פאריז – די אייראפעאישע אוויאציע פירמע "עירבאס" טוט שטילערהייט צוגרייטן א פלאן, גענצליך אויפצוהערן פראדוצירן די וועלט'ס סאמע גרעסטע פאסאזשיר פליגער, דער "עי-380" סופער-דזשאמבא דזשעט. דער עי-380 איז אנטוויקלט געווארן ביי א פרייז פון 11 ביליאן יוראס, און עס קען טראגן אזויפיל ווי 500 פאסאזשירן. אריגינעל האט עירבאס געהאפט צו קאנקורירן מיט באואינג'ס שטארק-באנוצטע דזשאמבא "747" פליגער, אבער דער "עי-380" האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א צו טייערער ארטיקל פאר א מערהייט גרויסע עירליינס, און בלויז געציילטע לוקסוריעזע עירליינס האבן דאס איינגעקויפט. אצינד לייגט עירבאס איר גאנצע האפענונג אויף א פרישן דיעל מיט דוביי'ס "עמירעיטס עירליינס", וואס עירבאס וויל אז עמירעיטס זאל קויפן 36 פון די פליגערס, פאר א פרייז פון זעכצן מיליאן דאלאר. אויב דער דיעל וועט דורכפאלן, וועט עירבאס דערקלערן דעם "עי-380" אלס א דורכפאל און עס מער נישט פראדוצירן.

בילד: וועט עירבאס אויפגעבן "עי-380"?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל