ניו יארק סיטי - א העלישער פייער האט אויסגעבראכן פרייטאג נאכמיטאג אין א זעקס שטאקיגע אפארטמענט געביידע אין הארלעם. דאס פייער, וועלכע איז באצייכנט געווארן אלס איינס פון די גרעסטע ניו יארק סיטי פייערן אין לעצטיגער היסטאריע, האט געברענט אויף די אויבערשטע שטאקן פון דער זעקס שטאקיגער געביידע אויף וועסט 144׳סטע סטריט ביי בראדוועי, ווערנדיג באצייכנט אלס א זעקס-אלארם פייער. מער ווי צוויי הונדערט פייערלעשער האבן געארבעט ביז שפעט פרייטאג אינמיטן דער נאכט צו פארלעשן דאס פייער, וועלכע האט געברענגט 4 געשעדיגטע פייערלעשער און איין ציווילן פארוואונדעטן. אלעס אינאיינעם זענען פערציג פאמיליעס געבליבן היימלאז, און די ניו יארק סיטי פייער באאמטע האבן נעכטן געזאגט אז דאס פייער האט אזוי אפגעשוואכט די געביידע, אז ס'איז אין געפאר פון גענצליך איינפאלן.
הוסף רשומת תגובה