וואשינגטאן - פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אז דערווייל וועט די אמעריקאנער רעגירונג ווייטער נישט ערלויבן פאר פאנגערס אריינצוברענגען טויטע עלעפאנטן פון אפריקע קיין אמעריקע. אונטער דער אבאמא אדמיניסטראציע, איז איינגעשטעלט געווארן אין קראפט א פארבאט אויף אריינצוברענגען טויטע עלעפאנטן אדער טיילן פון עלעפאנטן פון זימבאבווע, וויבאלד עלעפאנטן ווערן באטראכט אלס א סארט באשעפעניש וואס ס'איז דא א מאנגל דערפון איבער דער וועלט. די טראמפ אדמיניסטראציע האט פרייטאג געהאט ארויסגעגעבן א נייע פארארדענונג יא צו ערלויבן אריינצוברענגען טויטע עלעפאנטן, וואס וואלט געארבעט אויף א סיסטעם אז מ'וואלט געקענט אריינברענגען אזעלכע זאכן מיט א ספעציעלן פערמיט, אבער נאכדעם וואס ס'האט אנגעברענגט א מאסיוון שטורעם און ערנסטע קריטיק, אפילו פון קאנסערוואטיווע פאנגעריי גרופעס, האט טראמפ געשריבן אויף טוויטער אז ער ציט צוריק דערפון, און וועט הייסן זיין אינערן סעקרעטאר רייען זינקע ווייטער אויסצופארשן די טעמע.

בילד: רעגירונג וועט ווייטער נישט לאזן טויטע עלעפאנטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל