א באריכט וואס טוט אריינקוקן אין די עם-טי-עי צייגט אז זיי האבן גאר שטארק פארנאכלעסיגט די סיטי באסעס פלאטע, און אז איבער די לעצטע 8 יאר האבן די סיטי באס סקעדשועלס אויסגעלאזט ארום 100 מיליאן (!) רייזעס, און מיליאנען פאסאנדשירן זענען עפעקטירט געווארן דערפון, ספעציעל אין די ווייטערדיגע געגענטער אין ניו יארק ווי עס זענען נישט פארהאן קיין באנען און מען איז מער אנגעוויזן אויף די באסעס. ״די רוטס זענען אפט פארשפעטיגט, צו לאנג, צומישטע אנווייזנונגען און נאך שרעקליכע נאכלעסיגקייטן״ זאגט די באריכט.

די עם-טי-עי האט רעאגירט צו דעם באריכט אז זיי וועלן פרובירן צו פארריכטן, אבער האבן געזאגט אז זיי דארפן אויך די קאאפעראציע פון די סיטי רעגירונג.

בילד: באריכט איבער שרעקליכע נאכלעסיגקייט אין עם-טי-עי

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל