אין די לעצטע טעג האט דער פרעזידענט געטראפן א נייע מיסיע אויף טוויטער, נעמליך אראפרייסן סי-ען-ען וועלכע איז די פאפולערסטע אמעריקאנער נעץ איבער די וועלט זאגנדיג אז וויבאלד אין אויסלאנד איז נישטא קיין ״פאקסניוז״ איז ער געווען געצווינגען צו קוקן סי-ען-ען זייענדיג אין אזיע, און ער שרייבט ״סי-ען-ען טוט אונז רעפרעזנענטירן איבער די וועלט זייער שוואך״ אויף וועלכע סי-ען-ען האט געשריבן אין רעאקציע ״מיסטער פרעזידענט, אונזער פליכט און מיסיע איז נישט צו רעפרעזענטירן אמעריקע - דאס איז אייער ארבעט - אונזער איז נאר צו באריכטן פאקטן״.

בילד: פרעזידענט טראמפ עפנט פרישע פראנט קעגן סי-ען-ען אינטערנאציאנאל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל