א דעלעגאציע פון אמעריקאנער באאמטע זענען אפגעפלויגן היינט קיין מדינת ישראל צו דיסקוטרין מיט די דארטיגע רעגירונג איבער אירע זארגן אז די לעצטע פייער אפשטעל אין סיריע טוט באדראען איר זיכערהייט מיט דעם וואס עס ערלויבט די איראנער מיליציעס און מיליטער צו אפערירן גאר נאנט צום מדינת ישראל גרעניץ אויף די גולן בערג. מדינת ישראל האט שוין מיט עטליכע טעג צוריק געמאלדן אז זי איז נישט בינדנד צו די פייער אפשטעל און וועט רעאגירן מיליטעריש צו א פארשטערקערטע איראנער אנוועזנהייט אין סיריע.

דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער האט רעאגירט צו די פאראייניגטע מעלדונג פון אמעריקע און רוסלאנד דעם שבת איבער א סירישע פייער אפשטעל אז מדינת ישראל וועט נישט אקצעפטירן קיין איראנער אנוועזנהייט אין דרום סיריע. און אזוי אויך האט מדינת ישראל אויסגעדריקט זארג איבער א פערמענאנטע באזע וואס איראן בויעט אויף נעבן דמשק, בלויז ארום 50 קילאמעטער ווייט פונעם מדינת ישראל גרעניץ.

אין די זעלבע צייט האט דער רוסישער אויסערן מיניסטער סערגעי לעווראוו היינט צוריקגעווארפן די ווערטער פון נתניהו און געזאגט אז עס איז די שטעלונג פון רוסלאנד אז איראן האט די רעכט צו אפערירן אין סיריע, און אז רוסלאנד האט נישט פארשפראכן פאר מדינת ישראל אז איראן וועט נישט קענען אפערירן נאנט צו אירע גרעניצן.

בילד: מדינת ישראל באזארגט איבער איראנער אנוועזנהייט אין סיריע 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל