ריטשערד גארדען טויט [ווידיא]
ריטשערד גארדען, ג׳עמיניי און אפאלא אסטראנאט איז געשטארבן אין עלטער פון 88 יאר.

ער איז געווען צוויי מאל אין ספעיס, די ערשטע מאל אלס די פיילאט אויף די ג׳עמיניי 11 מיסיע,און די צווייטע מאל אלס די קאמענד מאדועל פילאט אויף אפאלא 12, די צווייטע מיסיע צו לאנדן אויף די לבנה.

אויף די ג׳עמיניי מיסיע האט ער דורכגעפירט 2 ספעיס שפאצירן, נאס"א האט זיך אסאך געלערנט פון זיין ספעיס שפאציר וואס נישט צו טוהן, ווייל נאך קוים א האלבע שעה איז ער שוין געווען צו אויסגעמוטשעט, ווייל ער האט זיך נישט געהאט ווי אנצוהאלטן אין די זיראו גרעוועטי ענווייראמענט. און דעמאלסט האט זיך נאסא געלערנט אז מ'דארף צושטעלן מער סופארט פאר די פיס, כדי די אסטראנאטן זאלן נישט ארומפליען בשעת די ארבעט.

ביי די שפעטערע מיסיעס האט שוין נאסא צוגעשטעלט הענד רעילס און פאָטסטעפס אז די אסטראנאטן זאלן זיך קענען באלאנסירן.

ריטשערד פלעגט זאגן אז ס'האט געווען אזוי מ'זאל ווען דארפן צובינדען די שיך מיט אײן האנט. ווייל ער האט געדארפט נוצן איין האנט זיך צו באלאנסירן און מיט די צווייטע האנט האט ער געקענט טוהן די ארבייט.

שפעטער אויף אפאלא 12 איז ער געווען צוזאמען מיט זיינע 2 חברים על ביען און פיעט קאנראד. זיי זענען געווען חברים בעפאר און זענען געבליבן נאנטע אפילו סאך שפעטער ווי די מיסיעס האבן זיך פארענדיגט.

דעי קראָ זענען באקאנט מיט זייער "העפי גאו לאקי" אטיטוד, און בשעת זייער מיסיע צו די לבנה האבן זיי זיך גוט אונטערגעהאלטן, לייוו פאר די גאנצע וועלט...

ווייניגער ווי א מינוט נאכן זיך הייבן האבן אפאר בליצן באטראפן די ראקעט, וואס האט אפגעשטעלט די קאפיוטער סיסטעם און נעוויגאציע סיסטעמען פון די ראקעט, און די אסטראנאטן זענען אריין אין א פאניק. אלארמען האבן געפיפן פון אלע זייטן.

מיסיע קאנטראל האט זיי געשיקט א מעסעדזש "Try SCE to aux" אבער די אסטראנאטן האבן נישט געהאט קיין אהנונג וואס ס'מיינט. פלוצלינג האט על ביען זיך דערמאנט פון די SCE קנעפל, און ער האט געראטעוועט די מיסיע.

גארדען האט נישט געלאדענט אויף די לבנה, ער איז געבליבן אויף די קאמענד מאדועל אין די לבנה'ס ארביט, צו ווארטן אז די אנדערע 2 זאלן צוריקקומען פון די לבנה.

פון זאכליך

בילד: ריטשערד גארדען



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל