לאנדאן – די אובער טעכנאלאגישע טעקסי פירמעהאט געליטן נאך א דורכפאל אין לאנדאן, ווען אן ארטיגע געריכט האט געגעבן גערעכט פאר אובער דרייווערס, זאגנדיג אז די פירמע מוז זיך צושטעלן צו די מינימום וועידזש געזעצן פון דער שטאט. דער אורטייל פונעם ריכטער קומט צוויי מאנאטן נאכדעם וואס די לאנדאנער טראנספארטאציע אויטאריטעט האט געמאלדן אז זיי האבן אוועקגענומען די לייסענס פון אובער, און מער וועט זי נישט קענען אפערירן אלס א טעקסי סערוויס אין דער שטאט. דאן האט דער לאנדאנער מעיאר סאדיק קהאן געזאגט אז אובער'ס פילע קאנטראווערסיעס אין די לעצטערע מאנאטן, אריינגערעכנט דער וועג וויאזוי אובער באגייט זיך מיט אירע דרייווערס און די זארגן אז די אובער "אפליקאציע" נעמט אוועק די פריוואטקייט פון די פאסאזשירן וועלכע נוצן דעם סערוויס, האט געפירט צום באשלוס ארויסצואווארפן די פירמע פון דער שטאט. דאס אז אובער קען דערווייל נישט אפערירן אין לאנדאן, איז אן ערנסטע קלאפ פאר זיי, וויבאלד לאנדאן איז איינס פון די רייכסטע סיטיס אין דער וועלט, און אובער פארמאגט דארט ארום פערציג טויזנט דרייווערס און 3.5 מיליאן באניצער.

בילד: אובער ליידט פרישן קלאפ אין לאנדאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל