אינדיע – א גרופע פארשער האבן איבערגעוויזן, אז אפילו מאלפעס כאפן אויף מענטשן וואס האבן שלעכטע נאטורן און ווייכן אפ פון זיי. ספעציעל האט מען געצייגט ווי מאלפעס כאפן אויף ווען מענטשן זענען עגאאיסטיש (סעלפיש), און ווילן נישט אנקערן מיט זיי. אין דער שטודיע האט מען אראפגעשטעלט צוויי מענטשן פארנט פון א שטייג מיט מאלפעס, און די מענטשן האבן אויסגעשפילט א שפיל אין וועלכער איינער פון זיי האט זיך אנטזאגט צו העלפן דעם אנדערן עפענען א פלעשל אין וועלכן ס'איז געלעגן א שפילצייג. א גרופע פון זיבן מאלפעס פונעם קאפושין מין האבן די גאנצע צייט באטראכט די צוויי מענטשן. נאכדעם האט מען די צוויי מענטשן געהייסן געבן עסן פאר די מאלפעס, האט זיך ארויסגעשטעלט אז די מאלפעס האבן ענדערש געוואלט נעמען עסן פון דעם גוטן מענטש ווי איידער פונעם עגאאיסט.

בילד: אפילו מאלפעס גלייכן נישט עגאאיסטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל