וואשינגטאן – פעדעראלע רעזערוו פארזיצערין דזשענעט יעלען האט נעכטן געמאלדן, אז ווען איר טערמין אלס פארזיצערין וועט קומען צו אן ענדע, וועט זי גענצליך רעזיגנירן פון פעדעראלן רעזערוו. יעללען'ס טערמין לויפט אפ קומענדיגן פעברואר, און פרעזידענט טראמפ האט נאמינירט דעם לאנגיעריגן פעדעראלער רעזערוו באורד מיטגליד דזשעראום פאועל איבערצונעמען יעללען'ס פאזיציע. אויסער דעם וואס יעללען האט ביז יעצט געדינט אלס פארזיצערין, איז זי אויך געווען א מיטגליד אויף דעם פעדעראלן רעזערוו באורד, וואס די פאזיציע וואלט זי געקענט אנהאלטן ביז יאר 024', אבער זי האט נעכטן געשריבן א בריוו צו פרעזידענט טראמפ, אין וועלכע זי מעלדט אז זי וועט אינגאנצן רעזיגנירן, וואס וועט געבן פאר'ן פרעזידענט נאך א מעגליכקייט אריינצושטעלן זיינס א מענטש אין פעדעראלן רעזערוו. אין איר בריוו צו טראמפ, ברענגט יעללען ארויס ווי שטארק די עקאנאמיע איז געשטיגן, אז זיבעצן מיליאן דזשאבס זענען צוגעקומען אין די לעצטע אכט יאר.

בילד: די פעד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל