טעקסאס – אן אמעריקאנער גרעניץ פאטראל וועכטער איז - ווי נעכטן באריכטעט - אומגעקומען בשעת ער האט געארבעט אלס וועכטער לענגאויס דער גרעניץ צווישן מעקסיקא און טעקסאס. לויט א באריכט אין "פאקס ניוז", האט דער וועכטער ראהעליא מארטינעז זיך געדרייט אויף זיין געווענליכן פאטראל ארט, ווען ער איז פלוצלינג איבערגעפאלן געווארן דורך א גרופע פארשוינען וועלכע האבן זיך פרובירט אריבערצוכאפן דעם גרעניץ אומלעגאל. אינאיינעם מיט מארטינעז, איז אויך איבערגעפאלן געווארן נאך א גרעניץ וועכטער, און מארטינעז איז אומגעקומען אויפ'ן ארט, פון זיינע שווערע וואונדן, און דער אנדערער אגענט איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א שווערן צושטאנד. פרעזידענט טראמפ האט רעאגירט צו די נייעס, אז דער אינצידענט צייגט ווי וויכטיג ס'איז אוועקצושטעלן די גרעניץ וואנט צווישן אמעריקע און מעקסיקא.

בילד: גרעניץ פאטראל וועכטער אומגעקומען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל