ניו יארק. – קאן עדיסאן האט געמאלדן אז זי וועט צאלן 800,000 צו שליכטן עטליכע קלאגעס וואס די פעדעראלע איקוועל עמפלאוימענט אפארטוניטי קאמישאן האט אריינגעגעבן קעגן איר, און אז זי וועט טוישן אירע פראקטיקן צו אדרעסירן די טענות וואס די אויבנדערמאנטע פעדעראלע אגענטור האט אויפגעברענגט. די אגענטור האט באשולדיגט קאן עדיסאן אין שווער-מאכן פאר דיסעיבלד מענטשן צו באקומען א דזשאב ביי איר, זי האט אויך אומגעזעצליך פארלאנגט אז ארבעטער קאנדידאטן זאלן דורכגיין מעדיצינישע עקזאמינירונגען, און פלעגט זיי אויספרעגן פאמיליע פראגעס, וואס האט בכלל נישט אויסגעפעלט צו דער ארבעט. די פירמע וועט יעצט זיין אונטער א דריי-יעריגן אויפזיכט פון דער רעגירונג צו פארזיכערן אז דאס חזר'ט זיך נישט איבער. די פירמע שטעלט צו עלעקטעריק און גאז סערוויס אין ניו יארק סיטי, און פארמאגט 15,000 ארבעטער. רוב פון די אכט הונדערט טויזנט דאלאר וועט גיין פאר ארבעטער וועלכע זענען באקריוודעט געווארן דורך די אומלעגאלע קאן עדיסאן פאליסיס.

בילד: קאן עדיסאן שליכטעט ערנסטע אנקלאגע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל