האנאלולו – האוואאי איינוואוינער וועלן ווערן צוגעגרייט צו דער מעגליכקייט פון א צפון קארעאר נוקלעארער אטאקע, ווען עס וועט דורכגעפירט ווערן א ספעציעלע אלארם טעסט לענגאויס דער גאנצער סטעיט. אין האוואאי קומען פאר יעדן חודש ספעציעלע טעסטס פון אן אלארם סיסטעם, וועלכע איז געצילט צו אלארמירן די איינוואוינער אין פאל פון האריקעינס, צונאמיס און ערדציטערנישן, און יעצט וועט דער זעלבער אלארם סיסטעם אויסגעפרואווט ווערן פאר דער מעגליכקייט פון א נוקלעארער אטאקע. אום דעצעמבער 1 פונקטליך 11:45 פארמיטאג, וועט דער האוואאי סטעיט אלארם סיסטעם פייפן פאר פופציג סעקונדעס, אלס די געווענליכע מאנאטליכע טעסט, און דערנאך וועט עס זיין שטיל עטליכע סעקונדעס, און נאכדעם נאכאמאל פייפן פאר פופציג סעקונדעס, אלס א טעסט פאר א נוקלעארער אטאקע. עס וועט זיין דאס ערשטע מאל זייט 980' וואס האוואאי טעסט אויס איר אלארם סיסטעם פאר דער מעגליכקייט פון א פיינטליכער אטאקע.
הוסף רשומת תגובה