כינע האט באפרייעט דריי יוגנטליכער פוסבאל שפילער פון די לאס אנדשעלעס יוניווערסיטעט נאכדעם וואס זיי זענען ארעסטירט געווארן צוליב גנב׳ן אויגענגלעזער פון א געשעפט נעבן זייער האטעל, א פארברעכן אויף וועלכע זיי קענען אויסשטיין ביז 10 יאר טורמע אין כינע. דער פרעזידענט האט פערזענליך פארלאנגט פונעם כינעזער פרעזידענט אז זיי זאלן באפרייט ווערן, און נעכטן האט זיי כינע ארויסגעלאזט אן קיין קרימינאלע קלאגעס.

דער פרעזידענט האט היינט געשריבן ״איך וואונדער מיך אויב די שפילער וועלן מיר זאגן א דאנק אייך פרעזידענט טראמפ פאר׳ן זיי ראטעווען פון 10 יאר טורמע״ דער פרעזידענט האט אנגעדייטעט אז זיי וועלן אים נישט זיין דאנקבאר וויבאלד זיי געהערן צו א ליבעראלע יוניווערסיטעט.

בילד: אויפ׳ן פארלאנג פון פרעזידענט טראמפ: כינע באפרייט דריי אמעריקאנער ספארטלער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל