ארום זעקס קוועלער אינעם ווייסן הויז האבן געזאגט פאר ״פאליטיקא״ אז זיי ערווארטן אז דער יעצטיגע סי-איי-עי דירעקטאר מייק פאמפעא וועט עווענטועל ערזעצן רעקס טילערסאן אלס סעקעטערי אף סטעיט. מייק פאמפעא קומט אראפ 4 מאל א וואך צום ווייסן הויז ווי ער געט פאר׳ן פרעזידענט א זיכערהייט איבערזיכט, און לויט קוועלער אין די אדמינסטראציע האט דער פרעזידענט אנטוויקלט גאר א נאנטע און גוטע באציאונג מיט אים, און אין די זעלבע צייט הערשט גאר קאלטע באציאונגען צווישן דעם פרעזידענט און דער סעקערטערי אף סטעיט, און פילע אינערהאלב די אדמיניסטראציע האלטן אז ער איז אויפ׳ן וועג ארויס. די זעלבע קוועלער זאגן אויך אז פאמפעא זעלבסט איז ביי די מיינונג אז דער פרעזידענט איז נאנט צו מאכן דעם באשלוס אים צו נאמינירן אנשטאט טילערסאן, און ער גרייט זיך אנצונעמען דעם פארשלאג אויב דער פרעזידענט וועט אים בעטן.

בילד: צו וועט מייק פאמפעא ערזעצן רעקס טילערסאן אלס סעקערטערי אף סטעיט?

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל