א טאג נאכדעם וואס דער גאווערנער ענדרו קאומאו האט פאררופן א פרעסע קאנפרענץ אין וועלכע ער האט זיך באצויגן צו די לעצטע שטייער רעפארם וואס ווערט געשטופט דורך די טראמפ אדמינסטראציע האט די אדמינסטראציע צוריקגעווארפן די שולד אויף די ניו יארקער רעגירונג. אונטער דעם נייעם שטייער פלאן פון טראמפ וועט מער נישט געגעבן ווערן קיין שטייער רעדוקציע פאר מענטשן וואס וואוינען אין שטעט ווי עס זענען דא הויכע סטעיט און לאקאלע שטייערן, וואס באדייט אז רוב ניו יארקער וועלן אייגנטליך צאלן מער שטייערן אונטער דעם נייעם פלאן, און דעריבער שטייט די פלאן אויס שטארקע קעגנערשאפט פון די ניו יארקער פארשטייער און לאקאלע רעגירונג באאמטע. 

דער בודשעט דירעקטאר מיק מולוואני (Mick Mulvaney) האט צוריקגעווארפן די באשולדיגונגען זאגנדיג אז עס איז די פליכט פון די ניו יארקער אויטאריטעטן צו נידערן זייערע שטייערן און נישט עס ארויפווארפן אויף די פעדעראלע רעגירונג, ער האט זיך באנוצט מיט שארפע רעטאריק זאגנדיג ״מענטשן פארלאזן שוין ניו יארק אין די מאסן צוליב די הויכע שטייערן איז עס אויך אונזער שולד?״ און האט געזאגט אז די פאזיציע פונעם אדמינסטראציע איז צו ווייטער גיין מיט די יעציגע שטייער פלאן און זיי האפן אז ניו יארק וועט נידערן אירע שטייערן.

בילד: דער בודשעט דירעקטאר מיק מולוואני

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל