דער סאודיער קעניג גרייט זיך צו איבערגעבן דעם טראן פאר זיין זון 32 יעריגער מוכאמעד בין סאלמען קומענדיגע וואך, אזוי האט א קוואל אינערהאלב די קעניגליכע פאמיליע איבערגעגעבן פאר די ״דעילי מעיל״. דער קעניג וועט בלייבן מיט בלויז א סימבאלישע ראלע און זיין זון - וואס איז שוין יעצט גאר מאכטפול - וועט אפיציעל געקרוינט ווערן אלס קעניג, עס קומען שוין פאר אזעלכע שפעקולאציעס פאר א שטיק צייט. דער זעלבער קוואל זאגט אז דער נייער קעניג וועט זיך נעמען מיט׳ן גאנצן אייפער קעגן איראן, און גרייט זיך צו מאכן שלום מיט מדינת ישראל פאר דעם צוועק.

בילד: סאודיער קעניג גרייט זיך צו איבערגעבן קרוין פאר זיי זון 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל