די בריטישע ״דעילי טעלעגראפ״ האט היינט אויפגעדעקט אז די בריטישע רעגירונג גרייט זיך צו צאלן 400 מיליאן שטערלינג פונט, וואס באטרעפט 527 מיליאן דאלער אלס אויסלייז געלט פאר א בריטישע דשורנאליסטקע וואס ווערט פארהאלטן אין איראן אויף שפיאנאזש קלאגעס, נאַזאַנין זאַגהאַרי-ראַטקליפף (Nazanin Zaghari-Ratcliffe) איז א בריטישע בירגערין פון איראנער אפשטאם וואס איז פאראורטיילט געווארן אויף 5 יאר טורמע אויף קלאגעס אז זי האט געפירט פראפאגאנדע קעגן דעם רעזשים אין איראן ווען זי איז געקומען אויף א פאמיליע באזוך.

די געלט איז א טייל פון א לאנג פארצויגענע סכסוך צווישן איראן און ענגלאנד איבער א וואפן פארקויף וואס איז פארגעקומען צווישן די לענדער אין די 70ער יארן, אבער אצינד האט בריטאניע אנגעבאטן צו זיך דורכקומען און באצאלן דעם סכום, און אין אויסטויש זאל איראן באפרייען דעם בריטישע בירגערין וואס איר ארעסט האט אויסערופן אויפברויז אין ענגלאנד, ספעציעל וויבאלד זיי באשולדיגן אז זי האט באקומען א שווערע אורטייל צוליב דעם וואס דער בריטישער אויסערן מיניסטער האט זיך פאררעדט און געזאגט אז זי איז געפארן אהין ״צו אויסלערנען די איראנער בירגער דשורנאליזם״ וואס דאס טוט אייגנטליך אונטערשטיצן די איראנער קלאגעס קעגן איר.

בילד: בריטישע אויסערן מיניסטאר באָריס זשאנסאן מיט ריטשארד ראטקליף, דער מאַן פון די בריטיש-איראַנער פרוי נאַזאַנין זאַגהאַרי-ראַטקליפף וואס זיצט אין א טורמע אין איראַן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל