וואשינגטאן – היינט דינסטאג קומען פאר פארשידענע וויכטיגע פארמעסטן איבער׳ן לאנד, וואו עס וועלן דעצידירט ווערן קאנטראל פון עטליכע קאנגרעס זיצן, סענאט זיצן און גאווערנאר אמטן, און באזונדער קומען פאר קריטישע וואל פארמעסטן אין די היימישע געגנטער אין ניו יארק סטעיט, ווי פאלגענד:

סענאט פארמעסטן: 1 סענאט זיץ איז אויפ'ן שטים צעטל. דער פארמעסט איז אין אלאבאמא, צו ערזעצן דזשעף סעשאנס, וואו דער רעפובליקאנער קאנדידאט ראי מאור איז דערווארט צו געווינען. מאור האט געווינען די רעפובליקאנער פריימערי, קעגן צייטווייליגן סענאטאר לוטער סטרעינדזש, טראץ וואס טראמפ האט אינדארסירט סטרעינדזש.

קאנגרעס פארמעסטן: עס קומען פאר זעקס קאנגרעס פארמעסטן, א מערהייט זענען פאר אזעלכע קאנגרעס זיצן וואס זענען ליידיג געווארן דורך קאנגרעסלייט וועמען טראמפ האט גענומען פאר קאבינעט פאזיציעס, אריינגערעכנט אין קענסאס, וואו סי-איי-עי דירעקטאר מייק פאמפעיא האט געדינט אלס קאנגרעסמאן, און אין סאוט קאראליינע, וואו טראמפ'ס בודזשעט דירעקטאר האט געדינט אלס קאנגרעסמאן.

גאווערנאר פארמעסטן: 2 וויכטיגע גאווערנאר פארמעסטן קומען פאר. די ערשטע איז אין פענסילוועניע, וואו עס לויפט געוועזענער רעפובליקאנער סטראטעגיסט עד גילעספי קעגן דעמאקראט ראלף נארטעם, און דער פארמעסט איז גאר שמאל. די צווייטע איז אין ניו דזשערסי, וואו דעמאקראט פיל מורפי איז דערווארט צו געווינען און איבערנעמען פון גאווערנאר קריס קריסטי.

ניו יארק סיטי: מעיאר דעבלאזיא לויפט פאר ווידערוויילונג קעגן רעפובליקאנער קאנדידאטקע מאליאטאקיס און רעפארם פארטיי קאנדידאט באו דיטעל, און דעבלאזיא איז דערווארט גרינג צו געווינען ווידערוויילונג. אויסער דעם לויפן פובליק אדוואקאט לעטישע דזשעימס און נאך אנדערע אמטירנדע פאליטישאנס פאר ווידערוויילונג.

בארא פארק: אין היימישן בארא פארק, קומט פאר א לעבעדיגער פארמעסט פאר א סיטי קאונסיל זיץ, וואו עס לויפן די קאנדידאטן ר׳ קלמן יעגער הי״ו און יוני הייקינד הי״ו, און אויך העשי טישלער הי״ו. אין לויף פון די לעצטערע וואכן זענען פארגעקומען צוויי העפטיגע דעבאטעס צווישן די קאנדידאטן (זעה ווידיא), און די רעזולטאטן וועלן נאכגעפאלגט ווערן מיט גרויס אינטערעסע.

מאנסי: אין עיר התורה מאנסי קומען פאר פארמעסטן פאר׳ן ראקלענד קאונטי עקזעקוטיוו אמט, וואו די אידישע איינוואוינער האפן איינמאל פאר אלעמאל פטור צו ווערן פונעם אנטי-אידישן קאונטי עקזעקוטיוו עד דעי. אויך קומען פאר פארמעסטן צו ערוועלן א ״סורעגעט״ קאונטי ריכטער, און פאר ראמאפא טאון סופערווייזער.

קרית יואל: אין קרית יואל וועלן זיין פארשידענע אמטן אויפ'ן שטים צעטל, אריינגערעכנט פאר אראנדזש קאונטי עקזעקוטיוו. בעיקר וועט פארקומען דער רעפערענדום, צי מ'זאל אוועקשטעלן קרית יואל אלס אן אייגענע טאון, אונטער׳ן נאמען ״טאון אוו פּאלם טרי״, וואס אונטער׳ן דיעל מיט די מאנרא טאון באאמטע וועט דאס ערלויבן אנעקסירן פרישע צענדליגער אקער-לאנד, צו קענען בויען פרישע דירות.

עס איז קריטיש וויכטיג אז יעדער שטים-בארעכטיגטער גייט ארויס און גיט אפ זיין שטימע!

בילד: וויכטיגע וואלן קומען היינט פאר לענגאויס די פאראייניגטע שטאטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל