וואשינגטאן – די אינערליכע "וואטש-דאג" אויספארשער אינערהאלב דער פעדעראלער יוסטיץ דעפארטמענט האבן נעכטן דערקלערט, אז זיי האפן אויף אנהייב קומענדיגן פרילינג סעזאן צו זיין פארטיג מיט'ן אויספארשן די אויספארשונג וואס די עף-בי-איי האט דורכגעפירט אויף פרוי קלינטאן'ס אימעיל סקאנדאל אין יאר 16'.

מייקל האראוויטס דינט אלס דער יוסטיץ דעפארטמענט'ס אינספעקטאר דזשענעראל, און מיט עטליכע מאנאטן צוריק, האט ער באקומען די אויפגאבע פון איבערקוקן די באשלוסן וואס די עף-בי-איי האט געמאכט אין לויף פון איר אויספארשונג אויף קלינטאן, אריינגערעכנט דאס וואס דער דעמאלטדיגער עף-בי-איי דירעקטאר איז ארויסגעקומען ממש געציילטע טעג בעפאר די וואלן און געמאלדן אז ער עפנט ווידעראמאל די אימעיל אויספארשונג צוליב פריש-אנטדעקטע אימעילס – וואס קלינטאן שטיצער זאגן אז דאס האט שטארק אויסגעמאכט אויפ'ן וואל רעזולטאט. האראוויטס האט נישט געוואלט קאמענטירן צי ער האלט אז קאומי איז עפעס באגאנגען אומלעגאל אדער געטאן עפעס אומאויסגעהאלטן.

בילד: קאומי פארשונג וועט זיין פארטיג פרילינג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל