וואשינגטאן – עס איז נאכנישט אריבער קיין יאר פון ווען דאנאלד טראמפ איז איינגעשוואוירן געווארן, און קוים איז געווארן א יאר פון ווען טראמפ האט געצייגט אז אנקעטעס טויגן אויף גארנישט און ער האט ארויסגעצויגן א סורפרייז געווינס, אבער פארט האט מען נעכטן געהערט אז מען נעמט שוין אנקעטעס און שאצונגען איבער די 2020 וואלן, ווען טראמפ וועט דארפן לויפן פאר א צווייטן טערמין. די "פאליטיקא-מארנינג קאנסאלט" אנקעטע האט אנגעפרעגט ביי וויילער פאר וועמען זיי וועלן שטימען, אויב וועט עס זיין א פארמעסט צווישן דעם אמטירנדן פרעזידענט טראמפ, און דער געוועזענער וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען אלס דער דעמאקראטישער קאנדידאט, און בלויז 35 פראצענט האבן געזאגט אז זיי וועלן שטימען צו ווידערוויילן פרעזידענט טראמפ, אינדערצייט וואס 46 פראצענט האבן געזאגט אז זיי וועלן שטימען ענדערש פאר ביידען.

מערקווירדיג אין דער אנקעטע איז אז ווען מען פרעגט די וויילער אין אלגעמיין צי זיי וועלן שטימען פאר טראמפ אדער פאר סיי וועלכן דעמאקראטישן פרעזידענט קאנדידאט, זאגן בלויז 34 פראצענט פאר טראמפ און אזויפיל ווי 48 פראצענט פאר'ן דעמאקראט.

בילד: ביידען קעגן טראמפ: ביידען געווינט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל