וואשינגטאן – ווי באריכטעט עטליכע טעג צוריק, דארף קאנגרעס אין די יעצטיגע טעג באשליסן צי זיי ווילן באנייען די מאכטן פון די ען-עס-עי צו קענען זאמלען אומגעצוימטע שפיאנאזש און אינפארמאציע, אדער ווילן זיי איינצוימען די מאכט. די ען-עס-עי האט ביז היינט די לעגאלע מאכט צו זאמלען שפיאנאזש איבער דער וועלט, דורך פארשידענע סורוועילענס און אונטערהער מעטאדן, און איין טייל פונעם געזעץ, באקאנט אלס "סעקשאן 702", וועט אפלויפן ענדע יאר 17', אויסער אויב קאנגרעס באנייעט עס. "סעקשאן 702" געבט די רעכט פאר דער אגענטור צו זאמלען אימעילס און טעקסט מעסעדזשעס פון אויסלענדישע בירגער, אן דעם וואס די אגענטור זאל דארפן ארויסנעמען ספעציפישע געריכט ערלויבעניש, און דעריבער זאגן פילע אקטיוויסטן אז קאנגרעס דארף לאזן דאס געזעץ אפלויפן, ווייל עס איז נישט לעגאל אויסגעהאלטן. נעכטן האט דער דעמאקראטישער קאנגרעס עדעם שיף געזאגט אז מען ארבעט אויף א שליכטונג, אז די ען-עס-עי וועט ווייטער קענען זאמלען שפיאנאזש אן צו דארפן ארויסנעמען א געריכט ערלויבעניש, אבער דאס וועט נאר זיין ביי נאציאנאלע זיכערהייט פעלער, נישט ביי קיין קרימינאלע אנגעלעגנהייט, אפילו הארבע און ערנסטע קרימינאלן.

בילד: ען-עס-עי שפיאנאזש זאמלונג טויש

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל