די "ען עס עי" זאגט אז זי וועט מעגליך אין די קומענדיגע וואכן אנהייבן פארלאנגזאמען אירע שפיאנאזש זאמלונג אפעראציעס. דאס קומט צוליב וואס קאנגרעס דארף בעפאר יאנואר פריש אויטאריזירן די "ען עס עי" מעגליכקייטן צו קענען זאמלען שפיאנאזש, און דערווייל זעט נישט אויס אז אויף ענדע דעצעמבער וועט זיין פארטיג א בודזשעט דיעל וואס וועט ארייננעמען אין זיך די פרישע אויטאריזאציע פאר די "ען עס עי". דזשארדזש בארנס, דער דעפיוטי דירעקטאר פון די "ען עס עי" זאגט, אז עס וועט זיין אן ערנסטע פראבלעם און נאציאנאלע זיכערהייט געפאר פאר אמעריקע צו פארלירן די מעגליכקייט פון זאמלען אויסלענדישע שפיאנאזש, און ער האפט אז קאנגרעס און סענאט וועלן איינזען די וויכטיגקייט, אז זיי זאלן פריש אויטאריזירן די "ען עס עי" מעגליכקייטן אין די נאענטע טעג.

בילד: ען-עס-עי ווארנט איבער אויטאריזאציע דעדליין

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל