וואשינגטאן – די אמעריקאנער עירפארס האט נעכטן געזאגט אז זי פלאנירט נישט דערווייל צוריקצורופן קיין שום רעטייערטע מיליטערישע פילאטן, וואס קומט נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט אונטערגעשריבן א ספעציעלן עקזעקוטיוו ארדער צו ערלויבן די עירפארס צוריקצורופן אזויפיל ווי טויזנט רעטייערטע פילאטן. אונטער נארמאלע אומשטענדן, ערלויבט דאס געזעץ פאר יעדער אפטיילונג פון דעם אמעריקאנער מיליטער, דאס הייסט די ארמיי, לופט-פלאטע, נעווי און מארינס, צוריקצורופן 25 רעטייערטע פילאטן, אויב עס פעלט זיך אויס פאר באלדיגע מיליטערישע סערוויס, אבער פרעזידענט טראמפ האט אונטערגעשריבן צו ערלויבן צוריקצורופן ביז אזויפיל ווי טויזנט, צוליב וואס דער פרעזידענט וויל איינהאלטן זיין פארשפרעכונג אויסצוברייטערן און פארשטארקערן אמעריקע'ס מיליטערישע מעגליכקייטן, און פארזיכערן אז עס הערשט נישט קיין מאנגל. דער פענטאגאן זאגט אז עס פעלט איר ארום פופצן הונדערט אקטיווע פילאטן פון וויפיל די גענעראלן רעקאמענדירן אז ס'זאל זיין, אבער די עירפארס האט נעכטן געזאגט אומדירעקט אז טראמפ'ס עקזעקוטיוו ארדער האט זיך נישט אויסגעפעלט, וויבאלד זי ספעציפיש פארמאגט נישט קיין מאנגל.

בילד: עירפארס ווארפט אפ אנבאט פאר מער פילאטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל