וואשינגטאן – דער אמעריקאנער זעלנער באו בערגדאל זאגט, אז די טאליבאנער האבן אים בעסער באהאנדלט ווי די אמעריקאנער רעגירונג באהאנדלט אים יעצט. בערגדאל איז דער זעלנער וואס איז ארויסגעגאנגען פון זיין באזע אין אפגאניסטאן, פירנדיג דערצו אז די טאליבאן האט אים פארכאפט און ער איז געווען אונטער זייער פארכאפונג פאר 5 יאר ביז אן ארעסטאנטן אויסטויש אפמאך איז אויסגעהאמערט געווארן דורך דער אבאמא אדמיניסטראציע. אצינד איז בערגדאל געקלאגט געווארן אלס א דעזערטירער, וויבאלד ער איז דירעקט אנטלאפן פון דער באזע, און עס ווארט אים א גאר היציגער און שווערער פראצעס אין אן אמעריקאנער פעדעראלער געריכט.

בערגדאל זאגט אז זייענדיג אונטער די טאליבאן, זענען זיי כאטש געווען אויפריכטיג, זיך אויסדרוקנדיג "ביי די טאליבאן, האבן זיי כאטש געזאגט, גיב א קוק, דער איז דער וואס גייט דיר אפהאקן דעם קאפ, אבער די אמעריקאנער רעגירונג איז נישט אויפריכטיג מיט מיר".

בילד: בערגדאל: טאליבאן בעסער ווי אמעריקאנער רעגירונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל