פיליפינען – דער יאפאנעזער פארטיידיגונגס מיניסטער האט נעכטן אין א סטעיטמענט געווארנט די מערב וועלט, ספעציפיש דרום קארעא און די פאראייניגטע שטאטן, אז דער געפאר פון ער קאמוניסטישער צפון קארעא האלט ביי א גאר ערנסטן שטאפל, און מען שטייט בעפאר א באלדיגע נוקלעארע קאטאסטראפע.

די שרעקעדיגע ווארענונג פון מיניסטער איטסונארי אנאדערא איז געקומען ביי ספעציעלע געשפרעכן וואס זענען אפגעהאלטן געווארן אין די פיליפינען, וואו אנאדערא האט זיך געטראפן מיט'ן אמעריקאנער פארטיידיגונגס סעקרעטאר דזשעימס מעטיס און דרום קארעא'ס פארטיידיגונגס מיניסטער סאנג מאו.

מעטיס און מאו האבן ארויסגעגעבן מער איינגעהאלטענע סטעיטמענטס, אבער אנאדערא האט געזאגט אז די יאפאנעזער רעגירונג און מיליטער איז געקומען צום אויספיר, אז עס איז צייט אז די וועלט זאל צוגרייטן אלע אפציעס, אריינגערעכנט מיליטערישע, צו קענען אפשטעלן דעם עקזיסטענץ געפאר פון צפון קארעא.

בילד: יאפאן: געפאר פון צפון קארעא איז "פרעצעדענטלאז און באלדיג"

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל