נעכטן מאנטאג האט זיך געענדיגט די ערשטע וואך פון שטורמישע פראטעסטן וואס ווערן אנגעפירט דורך די ליטווישע קרייזן אין ארץ ישראל, בראשות הגאון הגדול רבי שמואל אויערבאך שליט"א ראש ישיבת מעלות התורה ומראשי הלוחמים קעגן שרעקליכן גזירת שמד הגיוס, וואס די בני קהלות הקודש פון ישוב הישן אין ירושלים צייגט ארויס מיטלייד און פראטעסטירן אינאיינעם.

די פראטעסטן קומען פאר צוליב'ן ארעסט פון צוויי בני עליה גיבורי חיל וועלכע שטעלן זיך נישט אין לשכת הגיוס, און דורכאויס די טעג פון די מחאות האט די ציווילע פאליציי פון ירושלים אריבערגעפירט צו דער מיליטערישער פאליציי נאך 43 בחורים, וואס מ'האט זיי ארעסטירט דורכאויס די פראטעסטן און עס זיצן יעצט צוזאמען אין מיליטערישע טורמעס 45 בני עליה גיבורי חיל. די מיליטערישע אינסטאנצן, וואס ווייסן נישט וויאזוי צו רעאגירן, האבן פארגאנגענעם זונטאג צעטיילט די גרופעס בחורים און אריבערגעפירט א טייל צו דער טורמע 'כלא 6' בעת די מערהייט זענען ארעסטירט אין 'כלא 4'.

פארגאנגענעם פרייטאג צו נאכטס זענען פארקומען ריזיגע מעמדים פון "קבלת שבת" ברחובה של עיר, ספעציעל איז עפ"י הוראתו בקודש פון שר צבא ה' רבן של ישראל כ"ק מרן הגה"ק גאב"ד ירושלים שליט"א פארגעקומען א גרויסארטיגער מעמד קבלת שבת פאר די בני ישוב הישן פארנט פון דער מגרש הרוסים טורמע אין ירושלים.

נעכטן מאנטאג זענען אויך פארגעקומען שטורמישע פראטעסטן אין ירושלים אין עטליכע צענטערן, און די צוויי הויפט אריינגענג צו ירושלים זענען געווען פאראלאזירט פאר ארום 4 שעה אין א צי. דער גרויסער פראטעסט איז פארגעקומען דורך די ליטווישע קרייזן פארנט פונעם כנסת המינים, און דערנאך איז מען פון דארט אריבער צום אריינגאנג פון שטאט, וואס האט באקומען דעם נאמען 'ככר התורה'. אן אנדערע הפגנה איז פארגעקומען דורך די בני ישוב הישן עפ"י הוראת כ"ק מרן הגה"ק גאב"ד ירושלים שליט"א אויף שאסיי נומ' 1 – אויך א ריזיגע הייוועי, וואס אויך דארט האט מען גענצליך אפגעשטעלט די וועגן פאר די קארס און פאר די באנען פאר לענגערע שעה'ן און פאראליזירט די טראפיק צו דעמאנסטרירן דעם ביטערן וויי-געשריי פונעם יהדות החרדית קעגן דעם שרעקליכן גזירת שמד הגיוס.

די איזראעלישע פאליציי, וועלכע געפינען זיך אונטער א שווערע דילעמע, ווייל די מידיא ברענגט נאכאנאנד ארויף ווידעאס וואס צייגן זייער אומגעזעצליכן רשעות און רציחות קעגן די דעמאנסטראנטן, האבן בלית ברירה נאכגעלאזט עטוואס פון די שווערע קלעפ, און אנשטאט האבן זיי געשפריצט אויף די מוחים קאנאנען שמוציגע וואסער וועלכע האבן א געפערליכן ריח, אבער פארט האט עס נישט געבראכן דעם גייסט פון די מוחים, און מ'איז אריינגעקראכן אונטער'ן טאנק וואס האט געשפריצט די וואסער און עס נישט געלאזט ווייטער פארן.

לויט ווי ס'קוקט יעצט אויס וועלן אין די קומענדיגע טעג און וואכן פארקומען נאך שטורמישע פראטעסטן, און ווי אונזער קארעספאנדענט פון ארץ ישראל גיט איבער, איז דאס א הילכיגער מעסעדזש פונעם יהדות הנאמנה צו ברעכן די שטילקייט פונעם 'תקופת הסתגלות' וואס דער ציוניסטישער שלטון זוכט אזוי וויכטיג. דאס צילט מען צו באקעמפן פאר יעדן פרייז, נישט נאכצולאזן דעם קול מחאה, אויפצושטורעמען ווייטער דאס לאנד און בושעווען מיט דעמאנסטראציעס, כדי נישט צו לאזן דעם ממשלת הכופרים אנגיין ווייטער אין דער שטיל מיט'ן אריינכאפן חרדי'שע בחורים אין מיליטער, און צו צייגן ווי די געמיטער פון ערליכע אידן וועלן נישט ווערן בארואיגט, לא ננוח ולא נשקוט, ביז די שרעקליכע גזירת שמד הגיוס וועט בטל ווערן. ובשם ה' נעשה ונצליח.

בילד: וואך פון שטורמישע פראטעסטן אין ארץ ישראל איבער בחורים'ס שמאכטן אין מיליטערישע טורמעס

בילד: וואך פון שטורמישע פראטעסטן אין ארץ ישראל איבער בחורים'ס שמאכטן אין מיליטערישע טורמעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל