אייראפע – אן אינטערנאציאנאלע אינטריגע איז אנטשטאנען, נאכ'ן הערן אז א זשורנאליסטקע אינעם לענדל מאלטא איז אומגעקומען, ווען א קאר באמבע האט עקספלאדירט נעבן איר. די זשורנאליסטקע איז אידענטיפיצירט געווארן אלס דאפנא גאליזיא, וועלכע האט אנגעפירט די מאסיווע אויפדעקונג פון די "פאנאמא דאקומענטן" מיט א יאר צוריק, אין וועלכע ס'איז אויפגעדעקט געווארן א רינג פון פארשידענע רייכע וועלט פירער און גרויסע גלאבאלע פירמעס וועלכע באהאלטן זייערע פארמעגנס דורך א נעץ פון אומלעגאלע שריט און אומלעגאלע אקאונטס אין פאנאמא. אויסער איר הויפט ראלע אין די "פאנאמא דאקומענטן", איז גאליזיא באקאנט געווארן אלס שטייפע קעמפערין קעגן קארופציע, און האט ספעציפיש געקעמפט קעגן דעם פרעמיער מיניסטער פון מאלטא, דזשאוסעף מוסקאט. איר טויט איז באלד דערקלערט געווארן אלס א געצילטע אטאקע, און אצינד וואונדערט מען זיך ווער ס'האט אונטערגעשטעלט די קאר באמבע קעגן איר, און צי מ'האט עס געטאן אלס נקמה פאר די פאנאמא אויפדעקונגען, אדער אפצושטעלן מעגליכע ווייטערדיגע אויפדעקונגען וואס זי האט זיך געגרייט צו מאכן.

בילד: "פאנאמא דאקומענטן" זשורנאליסט דערמארדעט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל