סיריע – די אייסיס טעראר גרופע האט נעכטן אפיציעל פארלוירן קאנטראל אויף דער שטאט ראקא, סיריע, וואס איז באצייכנט געווארן אלס א מאנומענטאלע אנטוויקלונג אינעם מיליטערישן קאמף קעגן אייסיס, וויבאלד די טעראר גרופע האט געהאט פאררופן יענע שטאט אלס איר אפיציעלע הויפטשטאט און האט פון דארטן אנגעפירט אלע זייערע אפעראציעס לענגאויס דעם מיטל מזרח ראיאן און איבער דער גארער וועלט.

דער קאמף צו פארכאפן ראקא פון אייסיס, איז געלאזט געווארן אין גאנג דורך אמעריקאנער-געשטיצטע סירישע רעבעלן מיט 4 מאנאטן צוריק, און אין לויף פון די שלאכטן, האבן די רעבעלן געהאט לופט-שטיצע און אנדערע מיליטערישע הילף פון די אמעריקאנער קרעפטן אין סיריע. נעכטן אינדערפרי האבן די רעבעלן געענדיגט אויסליידיגן די לעצטע טיילן ראקא פון די פארבליבענע אייסיס קעמפער, און האט דאן ארויפגעצויגן אירע סירישע פענער, דערקלערנדיג א פולקאמען זיג.

בילד: אייסיס פארלירט קאנטראל אויף איר הויפטשטאט ראקא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל