וואשינגטאן – נעכטן האט דער סענאט גענומען א קריטישע שריט אין זייער פלאן דורכצופירן א שטייער רעפארם ביל. די אישו פון שטייער רעפארם איז אויפגעברענגט געווארן דורך פרעזידענט טראמפ, וועלכער האט פארשפראכן אז די רעפארמען וועלן אנטהאלטן גרויסע שטייער שניטן, און נעכטן אין א מעסעדזש אויף טוויטער, האט דער פרעזידענט געשריבן אז די שטייער שניטן וועלן זיין די גרעסטע אין אמעריקאנער היסטאריע. דער שריט וואס דער סענאט האט נעכטן גענומען, איז געווען דאס וואס זי האט באשטעטיגט א "בודזשעט רעזאלוציע" פאר יאר 18', וואס דארף נישט האבן מער ווי א "פשוט'ע מאיאריטעט" פון 51 שטימען, וואס אצינד אז די בודזשעט רעזאלוציע איז אריבער, איז אינאיינעם דערמיט באשטעטיגט געווארן א זאך וואס ווערט גערופן "רעקאנסיליעשאן", א לעגיסלאטיווע געצייג וואס וועט ערלויבן די רעפובליקאנער אינעם סענאט צו באשטעטיגן א שטייער רעפארם ביל מיט בלויז א "פשוט'ע מאיאריטעט", וואס סתם אזוי וואלטן זיי געדארפט האבן א "סופער מאיאריטעט" פון 60 שטימען, וואס מיינט אז זיי וואלטן געדארפט האבן קאאפעראציע פון די דעמאקראטן. יעצט קענען זיי ארבעטן אויף שטייער רעפארם אליינס, מיט בלויז רעפובליקאנער שטיצע.

בילד: שטייער רעפארם פלענער רוקן זיך פאראויס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל