פלארידע – מאסן פראטעסטירער האבן זיך נעכטן פארזאמלט אין געינסוויל, פלארידע און געשריגן אזעלכע לאזונגען ווי "נאציס גייט אהיים!" וואס די פראטעסטן זענען געווען געצילט צו שטערן א געפלאנטע רעדע דורך א ווייסן נאציאנאליסט אין די ארטיגע "אוניווערסיטעט אוו פלארידע". די אוניווערסיטעט אויטאריטעטן און פלארידע פאליציי קרעפטן, האבן אונטערגענומען גאר ערנסטע זיכערהייט מאסנאמען אין צוגרייטונג צו דער רעדע, און ווי שוין באריכטעט מיטוואך, האט פלארידע גאווערנאר ריק סקאט געהאט דערקלערט א סטעיט אוו עמורדזשענסי, וואס האט אקטיוויזירט די פלארידע נאציאנאלע גארד זעלנער. די פאליציי האבן אוועקגעשטעלט באריקאדן און אנדערע זיכערהייט מאסנאמען לענגאויס דעם אוניווערסיטעט קאמפלעקס, וועלנדיג פארמיידן דירעקטע געשלעגן צווישן די פראטעסטירער און די שטיצער פונעם נאציאנאליסטישן פיגור ריטשארד ספענסער וועלכער האט געגעבן א רעדע אין איינס פון די געביידעס פון דער אוניווערסיטעט. די רעדע איז אריבער מיט מאסיווע צווישנרופן און געשרייען, וואס האט געברענגט מילדע געשלעגן, אבער די גאנצע זאך איז אריבער, מער-ווייניגער, פרידליך.

בילד: דראמא קעגן נאציאנאליסטן אין פלארידע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל