די פארליאמענט אין קוויבעק האט נעכטן באשטעטיגט א פרישע געזעץ וועלכע טוט פארבאטן צו גיין אנגעטון מיט א קאפ צודעק אין אפיציעלע פלעצער ווי שפיטעלער און רעגירונג ביראען, און אזוי אויך אין די שטאטישע באסעס א.ד.ג. דאס געזעץ טוט ספעציפיש פארבאטן די מוסלעמנישע סארט צודעק וועלכע דעקט צו דאס פנים, און די אויסרייד איז אז עס קען ווערן מיסברויכט דורך פארברעכער זיך צו באהאלטן. 

עס איז א געזעץ וואס עקזיסטירט שוין אין עטליכע אייראפעישע לענדער, אבער איז די ערשטע אזא סארט געזעץ אין צפון אמעריקע, און איז באשטעטיגט געווארן אין פארליאמענט מיט א מערהייט פון 65 קעגן 51 און מוסלעמענער גרופעס זאגן אז דאס טוט דיסקרימינירן קעגן רעליגיע און האבן פארשפראכן צו פירן א העפטיגע לעגאלע קאמפ דערקעגן. די רעגירונג פארטיידיגט אבער דעם געזעץ און זאגט אז די איינציגע מאטיוון זענען זיכערהייט און זיי וועלן עס אינפארסירן מיט די פולע סענסיטיוויטעט.

בילד: קוויבעקער רעגירונג לייגט ארויס פארבאט אויף רעליגיעזע קאפ צודעק

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל