שטייענדיג ארום א מאנאט נאכדעם וואס האריקעין מאריא האט שווער באטראפן דעם אינזל איז פארטא ריקא נאך אלס אין שאטן פון די קאטסעטראפע און די ערהוילונג גייט זייער שטייט. א באריכט זאגט אז אלע 1,132 שולעס אין די אפיציעלע ערציאונג סיסטעם פון פארטא ריקא זענען נאך פארמאכט און הונדערטער טויזטער קינדער זיצן אינדערהיים. דאס איז צוליב דעם וואס א מערהייט פון די שולע געביידעס זענען רואינירט און די וועלכע זענען געבליבן גאנץ דינען אלס שעלטערס פאר פאמליעס וועלכע האבן פארלוירן זייערע היימען. די אויטאריטעטן זאגן אז ארום 70% פון אלע שולע געביידעס זענען גענצליך רואינירט און קענען נישט גענוצט ווערן. דאס שטרייכט אונטער די קריטישע סיטואציע אין פארטא ריקא וועלכע וועט נעמען לאנגע חדשים אדער יארן צו צוריקשטעלן.

בילד: אלע שולעס אין פארטא ריקא נאך אלס פארמאכט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל