די האלאקאוסט מוזעאום אין בערלין האט געמאלדן אז זיי וועלן אפהאלטן א צערעמאניע צו שענקן דעם פרעסטידשפולער ״חסיד אומות העולם״ מעדאל פון די ״יד ושם״ איסטיטוציע פאר דאקטאר מוכאמער העלמי, אן עגיפטישער אראבער וועלכער האט געוואוינט אין בערלין אין צייט פון קריג און באהאלטן ביי זיך אין שטוב א פאמיליע אידישע קינדער און האט געשאנקן פאר אידן מעדיצינישע באהאנדלונג, און דערביי איינגעשטעלט זיין אייגענעם לעבן. העלמי איז אוועק פון די וועלט אין 1982 און איז הערשט אנערקענט געווארן פאר זיין וואוילטעטיגע שריט מיט ארום 4 יאר צוריק דורך די ״יד ושם״ אינסטיטוציע, ביי די צערעמאניע וועט זיין זון קומען פון עגיפטן נעמען דעם מעדאל אנשטאט זיין פאטער.

בילד: צום ערשטן מאל: אן אראבער ווערט באעהרט מיט ״חסיד אומות העולם״ אויסצייכענונג

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל